Elige una pista para reproducir
Sencillo / Pista
פייערל אוי פייערל ארום און ארום דעם פייערל
פייערל אוי פייערל לאמיר צינדן א פייערל
צו ברענגען ישועות צו ברענגען רפואות צינדן מיר דעם פייערל
צו ברענגען ישועות צו ברענגען רפואות זינגען מיר ביים פייער'ל
לאמיר זיך אנווארעמען נשמה'לע
איך זאל מיר קענען שטארקן אין מיין מלחמה'לע
ווען עס בלאזט א קאלטע ווינטעלע, צעשאקלט עס ווערט מיין פינטעלע
בעט איך טאטע זייער, צינד דו אן דיין פייער
און פלאקער אויף מיין פייערל
צו ברענגען ישועות צו ברענגען רפואות צינד שוין אן דיין פייערל
צו ברענגען ישועות צו ברענגען רפואות זינגען מיר ביים פייערל
ביי די חנוכה ליכט מיט דעם פייערל
צינדן די מנורה מיטן פייערל
די שבתדיגע לעכט מיר צינדן
מיט דעם פייערל, דעם פייערל,
צו גיין אונטער די חופה מיט די פייערל
צו צינדן ביים צדיק דעם פייערל
אין ברענגן די גאולה און אנצינדן דעם גרויסן פייערל