Оберіть трек для відтворення
ביים הייליגן ווארקער קומט א חסיד אריין
רבי מיין קינד איז אין א שווערע מצב פארהאן
דאקטורים האבין שוין אינגאנצען אויפגעגעבן
רבי בעט פין הימל ער זאל בלייבן לעבען
דער רבי פארמאכט זיך די הייליגע אויגן
אין זאגט אז ס'איז ליידער פארמאכט אלע טויערן
איך קען דיר נישט העלפען מיט דיין זוהן
אבער איין זאך קען איך טוהן
איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר
איך קען פילן דיין צער אין דיין מי
איך קען דיר נישט לאזען אליין
איך וויל מיטהאלטען דיין געוויין
איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר
איך קען פילן דיין צער אין דיין מי
איך קען דיר נישט לאזען אליין
איך וויל מיטהאלטען דיין געוויין
צובראכן פארקלעמט גייט דער חסיד ארויס
וואס וועט דא זיין, איך האלט עס מער נישט אויס
אבער די רבי אין ווינקל דארט פארטרערט
א גוטע בשורה פון הימל ער הערט
די פערדן לויפן שנעל ארויס אויף די וועגן
די רבי לויפט נאך קומט דעם חסיד אקעגן
טייערער איד הער וואס כ'האב געזען
א שינוי לטובה אט גייט דא געשען
אין דעם זכות וואס איך האב געשפירט דיין צער
האט זיך אין הימל געעפענט דעם שער
א רפואה וועט קומען פאר דיין קינד
ער וועט בקרוב זיין געזונט
ווייל געוויינט האב איך צוזאמען מיט דיר
און מיט געפילט דיין צער אין דיין מי
איך האב דיר נישט געלאזט אליין
ביזן אייבירשטן איז ארויף אונזער געוויין
איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר
איך קען פילן דיין צער אין דיין מי
איך קען דיר נישט לאזען אליין
איך וויל מיטהאלטען דיין געוויין
איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר
איך קען פילן דיין צער אין דיין מי
איך קען דיר נישט לאזען אליין
איך וויל מיטהאלטען דיין געוויין