Оберіть трек для відтворення
אין א שטילע יתומים היים
אליין
ביים פענסטער זיצט א מיידל גאר קליין
שוין אכט יאר ציווישען
די ווענט אויף רחל׳ס
געזיכט עס איז דערקענט
אין דעם אינגן חן איר אויגן ריין
א טיפ געוויין
אויף א קליינעם בענקעלע
זיצט זי גאר בלאס
פון פענסטער זי
קוקט ארויס צום גאס
דארטן איז גאר נישט שטיל
מאמעס מיט קינדער פיל
ווען מיין קינד וויינט
און טרערט די מאמע הערט
א ציקערעל באשערט
רחל קען נישט פארשטיין
פלאצט אויס אין א געוויין
איך וויל אויך א ציקערעל
האבן אבער אפילו ווען איך
שריי און וויין מיט טרערן
טוט מיר מיין מאמע קיינמאל הערן
מאמע מאמע טייער
איך בענק נאך דיר זייער
איך בין נאך קליין
איך דארף דאך א מאמע
די זיסקייט פון דיין ציקערעל
איך וויל אזוי שטארק
שפירן מאמע טו
מיך שוין אהיים פירן
די יארן
זיי בלייבען נישט
שטיין כאטש שוין
עלטער היינט אוי נאך אלץ אליין
פון איר מאמע שטענדיג טראכט
פארגיסט טרערן יעדע נאכט
דאך היינט איז איר
טרער נישט די זעלבע מער
ווי ביי די אכט
מיין אינגע טרערן היינט
געדעק איך
נישט נאך וואס מיין מאמע שטעלט צו
בענק איך
נאר נאך איר ליבשאפט אן א שיעור
איר אפן הארץ פאר מיר
נאך איר ליבליך קיש מיין טרערן
ווישט בענקשאפט איך שפיר
עס לויפן דורך יארן
אן אייגן קינד געבוירן
ערשט יעצט זעהט זי איין
די קשר פון קינד צום
מאמע נישט דיין ציקערעל
און נישט דיין גלעט
נאר דיר מאמע וויל איך מיין
בענקשאפט צו דיר וויאזוי שטיל איך
מאמע מאמע טייער
איך בענק נאך דיר זייער ווייל איך
זעה איין וואס מיינט האבן א מאמע
דיין קשר און נאנטשאפט איך
וויל אזוי שטארק שפירן
מאמע טו מיר שוין אהיים פירן
כלל ישראל האלט נישט אויס
מען ווארט ווען גייט מען
ארויס יארן ווייטאג און קלעם
שמע קולינו השם אונז באלוין
טו אן דיין קרוין ס׳איז צו לאנג שוין
עס קאסט טאקע
א טרער אבער די פיין
ווערט פילפאכיג מער אויב
מ׳טראכט נאר אריין ווי נענטער
מען קען זיין מיטן מלך אליין
ווי ליכטיג און ריין
וועט דעמאלטס זיין
משיח שוין דא
הנה זה בא די גאולה
פאר יעדע נפש באזונדער
דאן וועט מען שפירן
די אמת׳ע קשר צום ליבן טאטן
וואס האט אונז
געפעלט אין גלות צייטן
טאטע טאטע טייער
מיר בענקען נאך דיר זייער
ווען וועלן מיר שוין
צוריק זיין צוזאמען
אונזער קשר און נאנטשאפט מיר
ווילן אזוי שטארק שפירן
טאטע עפן שוין אויף דיינע טירן
ושבו בנים לגבולם